Dos Gebet by I. L. Peretz דאָס געבעט רבונו-של-עולם! נאָך ווייניק געליטן? ווען וועסטו רבונו-של-עולם, פֿאַרשיטן דעם אָפּגרונט, דעם טיפֿן, וואָס טיילט דײַנע קינדער אויף שטאַרקע און שוואַכע, אויף לעמער און שינדער? און ברייט איז דער אָפּגרונט, און טיף ווי אַ תּהום, און זאַפּט אין זיך אײַן אונדזער בלוט ווי אַ שוואָם! עס ווערן אין אָפּגרונט וווּ ס`מעסער נאָר בליצט, מיט בלוט אויך די ריינסטע אידייען באַשפּריצט. עס ציטערט פֿון דאָרטן דעם ווייטאָגס געוויין, דאָרט ליגט די נקמה און קריצט מיט די ציין. דאָרט ליגט די פֿאַרצווייפֿלונג דערשראָקן,פֿאַרבליפֿט, מיט ליפּן ווי קוילן, בײַם בעכער פֿון גיפֿט. דאָרט ברעכן די פֿליגל די אָדלער די גרעסטע דאָרט ווערן פֿאַרשטיינערט די הערתער די בעסטע. רבונו-של-עולם! נאָך ווייניק געליטן? ווען וועסטו דעם שרעקלעכן אָפּגרונט פֿאַרשיטן?