אוסצוג פֿון תנ"ך: חומש, נבֿאים, ראשונים פֿון יהואש בראשית א. די באַשאַפֿונג פֿון דער וועלט אין אָנהייב האָט גאָט באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד. און די ערד איז געווען וויסט און ליידיק. און פֿינסטערניש איז געווען אויפֿן געזיכט פֿון תהום, און דער גײַסט פֿון גאָט האָט געשוועבט אויפֿן געזיכט איבער די וואַסערן. האָט גאָט געזאָגט: זאָל ווערן ליכט. און עס איז געוואָרן ליכט. און גאָט האָט געזען דאָס ליכט אַז עס איז גוט; און גאָט האָט פֿונאַנדערגעשיידט צווישן דעם ליכט און צווישן דער פֿינצטערניש. און גאָט האָט גערופֿן דאָס ליכט טאָג, און די פֿינצטערניש האָט ער גערופֿן נאַכט. און עס איז געווען פֿרימאָרגן, איין טאָג.