אַ חתונה מיט הירש-לייב גאָטליב: דער מאַרשאַלעק פֿון מאַראָמאָרעש אויסצוגן פֿון בוך ֱטויזנט יאָר אידיש לעבן אין אונגאַרן" פֿון יקותיאל יהודה גרינוואַלד, ארויסגעגעבן אין קאָלאָמבוס, אָהײַאָ, פֿ. ש., אין יאָר 5491. אַ חתונה איז געווען אין דאָרף אַ געשעעניש. פֿרײַנד פֿון נאָענט און ווײַט זײַנען זיך צוזאַמענגעקומען צו דער שׂמחה. אָן אַ מאַרשאַלעק (בדחן) איז קיין חתונה ניט געפּראַוועט געוואָרן. דער מאַרשאַלעק האָט דערשוויצט דעם גאַנצן טאָג צוזאַמענצושטעלן גראַמען פֿאַר יעדן גאַסט, און איבערהויפּט פֿאַר די מחותּנים. אַ גרויסן חלק האָט פֿאַרנומען דאָס באַזינגן די כּלה. יעדע כּלה האָט געמוט פֿאַר דער חופּה באַזונגען ווערן. מײַסטאנס האָבן זיך אַלע מאַרשאַלעקן באַניצט מיא דעם באַוווּסטן מאַרשאַלעק הירש לייב גאָטליבס גראַמען, וואָס כּמעט גאַנץ מאַראָמאָרעש האָט געקענט. דער עולם האָט אויך מיטגעהאָלפֿן דעם מאַרשאַלעק אינעם באַזינגן: כּלה-לעבן, הײַנט איז בײַ דיר אַ טאָג ווי יום-כּיפּור און ראש-השנה, איבער דעם זאָלסטו וויינען און בעטן גאָט ברוך הוא מיט גרויס כּוונה, ער זאָל ניט בלײַבן קיין אַלטן און דו, פֿון אים, אַ יונגע אַלמנה. זאָל דער אייבערשטער ברוך הוא דיר שענקען די גרויסע מתּנה, דער אייבערשטער טוט דאָך איבער דער גאַנצער וועלט רעגירן, ער טוט אַיעדן באָזונדער, פֿון דער אַלף ביז צו דער תאָוו, פֿירן. טאַטע און מאַמע מיט אַלע פֿרײַנד זײַנען ניט מער אימשטאַנד ווי דיר צו געבן נדן, צירונג און שיין בעט-געוואַנט, אָבער דאָס שטיקעלע מזל און גליק איז נאָר בײַ גאָט אין דער האַנט. דאָ האָבן די קלעזמער אַרויסגעהאָלפֿן דעם מאַרשאַלעק און גענומען שפּילן, ווער מיטן פֿידל, ווער מיט אַנדערע אינסטרומענטן, ווער געקלאַפּט מיט אײַנפֿאַכע שטאַרצן, ביז ס`איז געקומען די צײַט פֿונעם איבערבעטן, ווען די כּלה גייט צו צו יעדן באָזונדער און בעט זיך איבער; און דאָס פּאַסירט ערשט, ווען דער מאַרשאַלעק האָט אָנגעהויבן זײַנע גראַמען: כּלה-לעבן, זאָלסט פֿון דײַן שטול אַראָפּטרעטן און דיך מיט אַיעדן אמת`דיק איבערבעטן. צוערשט גיי צו צו דײַן ליבער, טײַערער מיטער, וועלכע האָט דיך דערצויגן אַזוי שווער און ביטער, און מיט אַלע פֿרײַנד באַזידער, אַפֿילו מיט די קליינע קינדער. צניעות`דיק און באַשיידן, בלאַס און פֿאַרוויינט איז די כּלה אַראָפּ פֿון איר שטול און אַרויפֿגעפֿאַלן אויף איר מאַמעס האַלדז. ביידע האָבן זיך גוט אויסגעוויינט און די כּלה האָט איר מוטער איבערגעבעטן. פֿון איר איז זי געגאַנגען צו די איבעריקע קרובים. אלע האָבן עיר אָנגעוווּנשן גליק און מזל. אויב די כּלה איז געווען אַ יתומה, האָט דער מאַרשאַלעק פֿאַר איר געהאַט אַ ספּעציעלן גראַם, וואָס ער האָט פֿאַר איר געזונגן מעט ווייטאָג, און אַלע געסט האָבן מיט איר מיטגעוויינט: כּלה-לעבן, קוק דיך אַרום, וואָס פֿאַר אַ ליכטיקייט און פֿריילעכקייט איז אין שטוב, און דײַן טאַטע, אוי וויי, אוי וויי, ליגט באַגראָבן אין אַ פֿינסטערן גרוב, און הײַנט גאַנץ פֿרי איז געקומען איז געקומען אַ מלך מיט אַ גרויסן שטעקן, אַ שטאַרקן קלאַפּ געטאָן אויף זײַן קבר, און ער האָט זיך געטאָן דערשרעקן, ווײַל ער האָט מורא געהאַט, אַז מען טוט אים צום דין וחשבון וועקן, זעָגט דער מלאך: איך טו דיך ניט צום צשפּט וועקן, מיין, מיין, נאָר דיין טייער קינד וועט הײַנט מיטן זיווג צו דער חופּה גיין. וויין, וויין, כּלה-לעבן, ווייל גיין טאַטע שטייט דאָך דאָ בײַ דער טיר, אָבער ער האָט קיין רשות באַקומען צוצוגיין נאָענט צו דיר. ער שיקט אָבער זײַן ברכה, פּרנסה, שפֿע, און הצלחה. אַכט טעג האָט געדויערט אַ חתונה. פֿרײַנט זײַנען געקומען אין די שבעה ימי המשתּה, געזעסן אין בגדי שבת און משׂמח געווען חתן-כּלה. ערשט דעם אַכטן טאָג צום געזעגענען איז געפּראַוועט געוואָרן אַ שׂמחה`לע. ס`האָט גענומען יאָרן, ביז דער אַבֿי-הכּלה איז געווען אין דער גליקלעכער לאַגע אָפּצוצאָלן אָלע חובֿות, וואָס די חתונה האָט געקאָסט.